תלמידי ישיבתינו הק' גרייטן זיך מיטצוהאלטן די מסע הקודש מיט גרויס דערהויבנקייט
מיט גרויס השתוקקות און געגועים מאכן תלמידי שיעור ג' פון ישיבה גדולה די לעצטע הכנות, מיטצוהאלטן די דערהויבענע מסע הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, פוקד צו זיין די ציון הק' פון רבינו הסבא קדישא זי"ע בעצם יומא דהילולא קדישא כ"ג כסלו הבעל"ט.
תלמידי ישיבתינו הק' שיעור ג' פון ישיבה גדולה וועלן זיך בעז"ה ארויסלאזן קומענדיגע מוצאי שבת קודש אויפן וועג קיין פוילן, און מיטהאלטן די גאנצע נסיעה פון זונטאג בייטאג ביים ציון הק' פונעם הייליגן תוספות יום טוב זי"ע אין קראקא, און אזוי ווייטער די גאנצע נסיעה אינאיינעם מיט אבינו רועינו ריש מתיבתא קדישא כ"ק מרן רבינו שליט"א, און אויספועלן אלעס גוטס למען הכלל והפרט.
אלע פרטים וסדרי הנסיעה איז אויסגעארבעט געווארן דורך די הנהלת הישיבה, אינאיינעם מיט בית כ"ק מרן רבינו שליט"א, די נסיעה וועט בעז"ה באגלייט ווערן אין שפיץ פון צווי חשוב'ע משפיעים ומדריכים, הרה"ג ר' יונה פישער שליט"א מו"ץ בקריתינו הק', מיט הרה"ח ר' זיידא מאירוביץ שליט"א, וועלכע וועלן שטיין על המשמר און אכטונג געבן בעינא פקיחא אויף די חשוב'ע תלמידי הישיבה.
פועלט אויס אלעס גוטס
תלמידי ישיבתינו הק' תפארת משולם פייש ניו יארק דערהייבן און דערווארעמען זיך מיט חבורת "עבודה שבלב"
דעם פארגאנגענעם ערש"ק פר' תולדות האט דער חשובער ר"מ הרב הגאון פאמ"ק רבי ישראל ישכר בער לייפער שליט"א געהאלטן א גאר ווארעמע דרשה, וואו ער האט שטארק אפעלירט צו די בחורי הישיבה זיי זאלן זיך נאכאמאל אנשליסן אין די חבורה "עבודה שבלב", וואס איז געווידמעט אויפצוהייבן דעם כבוד התפלה.
באזונדער איז צוגעשטעלט ספעציעלע קארטלעך, וועלכע די בחורי החבורה צייכענען זיך יעדן טאג. א) אז זיי האבן געזאגט ברכת התורה אין א סידור ובמתינות. ב) אז מ'האט נישט גערעדט קיין דברים בטלים פארן דאווענען. ג) אז מ'האט געלייענט קרי"ש שעל המטה אין א סידור ובמתינות.
אין א פרישע שריט פאראויס, האט דער חשובער ר"מ אפעלירט צו די בחורים, אז מ'זאל יעדע וואך אויפזוכן בספרי הקודש א ווארעמע פאסיגע שטיקעל וועלכע ס'רעדט זיך פון דעם ענין פון "עבודת התפלה", און מ'וועט אויפהענגן דעם שטיקעל אויף דעם ספעציעלן "ניצוצי קודש" טבלא על כותלי הישיבה, מ'וועט עס צוברענגן בשם דעם בחור וועלכער האט איבערגעגעבן דעם שטיקל.
די 'ניצוצי קודש' מספרי הקודש ברענגט אריין א לעכטיגקייט אין די בחורי הישיבה, צו דערהייבן און דערווארעמען דעם פלאמעדיגן דאווענען על דרך הקודש עבודת עבודה.
איזהו 'עבודה שבלב' זו תפלה!
הערליכע שבע ברכות צוגעשטעלט פארן געטרייע מנהל גשמי המוסדות הרב משה יצחק הערשקאוויטש שליט"א
דינסטאג וישלח ביינאכט איז פארגעקומען א שיינע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די הנהלת המוסדות אין קרית טאהש, לכבוד די מחותן מוה"ר משה יצחק הערשקאוויטש הי"ו, וועלכע געבט זיך איבער מיט א געוואלדיגע געטריישאפט און איבערגעגעבקייט במשכ'ן גאנצן יאר בלב ובנפש, צו פירן די בודשעט פון די מוסדות הק' על מי מנוחות.
עס זענען איינגעלאדענט געווארן די מנהלי רוחניים וגשמיים פון אלע סניפי מוסדות, ישיבה גדולה און ישיבה קטנה, תלמוד תורה און בית חינוך לבנות, און נאך איינגעשטעלטע, עס איז פארגעקומען אין די זאלן פון בית צירל, אויפן אויבן אן האבן באשיינט די חתן און מחותנים און די זיידע'ס.
הר"ר משה יואל שפירא שליט"א מנהל מפעל בשבילו האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע וועטער, און ארויסגעברענגט בשבח הפעולות פון מוה"ר משה יצחק הי"ו. אזוי אויך האט אויפגעטרעטן מוה"ר יוסף גאנצפריעד הי"ו, און ארומגערעדט איבער די טעגליכע אקטיוויטעטן און די מוסדות, און וואסערע געטרייע און שווערע ארבעט מוה"ר משה יצחק הי"ו לייגט אריין אז אלעס זאל פארן על מי מנוחות.
רבינו שליט"א האט זיך באטייליגט ביים שמחה, און מפאר געווען בראש המסובים, געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן חתן און זיידע'ס, ובפרט פארן מחותן מוה"ר משה יצחק הי"ו, ברכות לרוב.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן, און מיט די זיידע'ס, און א עקסטערע טאנץ מיט מוה"ר משה יצחק הי"ו ארויסברענגענדיג הכרת הטוב פאר זיינע לייסטונגען און פעולות.
צום שליס האט מען איבער געגעבן א מתנה פאר מוה"ר משה יצחק הי"ו א זילבערנע וויין פלאש כאות הכרת הטוב.
דערהויבענע שבת איחודש תשב"ר ווערט געפלאנט אויף שבת פר' ויגש בצילא דהימנותא קדישא
דעם קומענדיגן שבת קודש פר' ויגש וועלן הונדערטער ילדי תשב"ר פון אלע שטעט איבער גרעיטער ניו יארק, וועלכע זענען זיך משתתף יעדע וואך ביי די חברת תהלים בבתי מדרשים דקהלתינו הקדושה, זיך צוזאמנעמען אינאיינעם און ארויספארן פראווענען א דערהויבענע שבת בצילא דמהימנותא קדישא פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בקרתא קדישא קרית מלך רב אין קריתינו הקדושה, אונטערן אויפזיכט פון די מנהלי חברת תהלים פון אלע שטעט. העפטיגע הכנות ווערן געמאכט, און גאר אסאך קינדער זענען שוין איינגעשריבן.
זיך איינצושרייבן מעלד אייך שוין צו די גבאי חברת תהלים פון אייער שטאט, אדער קען מען זיך פארבינדן דורך קול איחוד טאהש ביי 154 פון די מעין מעניו. |