שבת קודש פר' תולדות בצל הקודש
ביים זמן הדלה"נ האט דער רבי געצינדן די נר תמיד לע"נ רבינו הקדוש זי"ע און די נרות שבת, דערנאך געזאגט שיר השירים בהיכל ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי אנגעטון די שטריימל פאר החתן דוד הערשקאוויטש ני"ו, בן מוה"ר משה יצחק הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק'.
צו תפילת מנחה איז צוגעגאנגען כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו קבלת שבת, נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן 'א גוט שבת'.
ביים שלחן הטהור זענען מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש הרה"ח ר' אהרן קרויס הי"ו. מיט די זמירות זענען מכובד געווארן: אדמו"ר מ'בערעגסאז שליט"א, הרב אליעזר צבי האראוויץ שליט"א פון וומסב"ג, הרב ברוך האראוויץ שליט"א נכד רביה"ק זי"ע, אב"ד קלוזש שליט"א, הרב יצחק אייזיק ווייס שליט"א מנהל מוסדות רמ"א, מוה"ר ישעי' יואל גראס הי"ו פון וומסב"ג.
דער רבי האט פארגעלערנט בספה"ק נועם אלימלך, און דערנאך ממשיך געווען בדברות קודש.
פארן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג רבי חיים ברוך יודא לייפער שליט"א פארצוזינגן רחם.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען אדמו"ר מ'בערעגסאז שליט"א, שיר המעלות הב' דוד פרושינובסקי ני"ו תלמיד ישיבתינו הק', שבח נותנים אב"ד סיקסא שליט"א.
אויפן וועג אהיים האבן תלמידי ישיבתינו הק' אהיימבאגלייט דעם רבי'ן און נאכגעזאגט דברי תורה אויפן וועג, אנקומענדיג פארנט פון ביתו נאוה קודש האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט שבת' פאר כל הקהל הקודש.
*
שבת אינדערפרי האט דער רבי פארגעזאגט ספר תהלים ביים עמוד כנהוג, צו פסוקי דזמרה און שחרית איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, לרגל די יארצייט פון זיין טאטע ז"ל וואס געפאלט די וואך.
די עליות האבן עולה געווען: כהן החתן מאיר יצחק פישער ני"ו משב"ק, לוי הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, שלישי הרב אליעזר צבי האראוויץ שליט"א, רביעי מו"ה אברהם מרדכי זילבער הי"ו לרגל די יארצייט פון זיין טאטע ז"ל וואס געפאלט די וואך, חמישי מוה"ר יושע ניימאן הי"ו, ששי אדמו"ר מ'בערעגסאז שליט"א, שביעי הרה"ח ר' הערש וואלף קרויס הי"ו, הוספות: מוה"ר ישעי' יואל גראס הי"ו, הרב ברוך האראוויץ שליט"א, דער רבי האט געגעבן די נאמען לבתו הנולד לו למזל טוב, מו"ה חיים ישעי' יחזקאל שרגא קרויס הי"ו, דער רבי האט געגעבן די נאמען לבתו הנולד לו למזל טוב, החתן דוד הערשקאוויטש ני"ו און עס איז פארגעקומען די באווארפן. אחרון הרה"ח ר' נתנאל מאיר הערשקאוויטש הי"ו.
פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך לחולי ישראל, און מפטיר האט עולה געווען הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יושע ניימאן הי"ו. הגבה מוה"ר יצחק אייזק ווייס הי"ו מנהל חברה שומרים, גלילה מוה"ר משה סג"ל ראטמאן הי"ו משב"ק.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען מו"ה אברהם מרדכי זילבער הי"ו, פתיחה צו אנעים זמירות הרב סנדר נחום טווערסק הי"ו פון וומסב"ג.
*
ביים בייטאג טיש אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה ואורחים החשובים זענען מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש החתן משה זאנוויל דושינסקי הי"ו תלמיד ישיבה גדולה. אז ביום השביעי הרב שמעון חיים אונגאר שליט"א פון מאנטריאל.
ברהמ"ז על הכוס הרב אליעזר צבי האראוויץ שליט"א, שיר המעלות הב' אביגדור יודא גראס ני"ו פון וומסב"ג.
*
שבת נאכמיטאג איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, די עליות האבן עולה געווען ראשון מוה"ר שמואל נתן סג"ל קרויס הי"ו, שני הרב יחזקאל שרגא נפתלי קאהן שליט"א נכד רביה"ק זי"ע, שלישי החתן אלימלך סנדר לאבין ני"ו פון בארא פארק, הגבה כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, גלילה מו"ה יחיאל יצחק שפיטצער הי"ו פון קרית יואל. קידוש ביי סעודה שלישית הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
מיט די זמירות סעודה שלישית זענען מכובד געווארן: הרה"צ רבי יששכר דוב משה סג"ל טירנויער שליט"א נכד רביה"ק זי"ע, הרה"ח ר' אהרן קרויס הי"ו, מו"ה חיים ישעי' יחזקאל שרגא קרויס הי"ו, מוה"ר משה יצחק הערשקאוויטש הי"ו.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען מוה"ר אברהם מרדכי זילבער הי"ו, שיר המעלות הב' ישראל קרויס ני"ו תלמיד ישיבה גדולה.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מעריב. נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה, הגבהת הכוס צו הבדלה איז מכובד געווארן הרב נחמי' האפמאן הי"ו פון מאנסי, די הבדלה האט געהאלטן החתן דוד הערשקאוויטש ני"ו.
ביי די שיחות קודש האט דער רבי מכבד געווען אדמו"ר מ'בערעגסאז שליט"א צו דערציילן.
הערליכע ראש חודש טיש געפראוועט אינאיינעם מיט תלמידי ישיבותינו הקדושות
דעם פארלאפענעם מאנטאג פר' ויצא - ר"ח כסלו נאכמיטאג האט דער רבי געפראוועט דעם שלחן הטהור סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט תלמידי ישיבותינו הקדושות ישיבה קטנה און ישיבה גדולה, בהיכל ביהמ"ד הגדול.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הב' יצחק אייזיק סג"ל טירנויער ני"ו תלמיד ישיבה גדולה.
דערנאך האבן זיך אלע בחורים געוואשן צום סעודת ראש חודש, און מען האט געזינגן פאסיגע ניגונים.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש פאר קרוב צו א שעה צייט, און תלמידי ישיבתינו הק' תפארת משולם פייש ניו יארק האבן מיטגעהאלטן דורך א הוק-אפ.
דער רבי האט ארומגערעדט בדברי הדרכה ומוסר, אויפפאדערונג פון די בחורים ענינים בעבודת השי"ת, תורה עבודה וגמילת חסדים מיט יראת שמים ומידות טובות, זייענדיג מחזק די בחורי חמד ווייטער צו שטייגן מעלה מעלה.
דער רבי האט פארטיילט שיריים פון אלע מאכלים, און ביי די קוגל זענען אלע בחורים אריבער נעמען שיריים.
ברכי נפשי איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יוסף ישכר בער סג"ל טירנויער שליט"א מנהל ישיבה קטנה, ברהמ"ז על הכוס הגה"צ ראב"ד סקווירא שליט"א, שיר המעלות הב' ישראל מנשה סג"ל לאנדאוי ני"ו, תלמיד ישיבה גדולה.
נאכן טיש האט מען געדאוונט מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען הב' מאיר ארי' הערשקאוויטש ני"ו תלמיד ישיבה גדולה.
רבינו שליט"א פראוועט סעודת הודאה
דעם מיטוואך פר' ויצא ג' כסלו נאכמיטאג האט דער רבי געפראוועט א סעודת הודאה אויף א ענגע פארנעם, אינאיינעם מיט די בני המשפחה, בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געלאדענט רופן די תלמידים הקרוים בנים תלמידי שיעור ג' פון ישיבה גדולה בהאי זימנא חדותא.
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א מגיד מישרים בקריתינו הק', וועלכער האט ארומגערעדט במתק לשונו בעניני הלל והודאה, און ממשיך געווען מיט טרעפליכע דיבורים.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"צ רבי נחמן כהנא שליט"א חדב"נ וממשתתפי הנס, וועלכער האט שיין ארויסגעברענגט די חיוב וואס א מענטש האט צו דאנקן דעם אייבערשטן נאכן מיטהאלטן א נס, ובפרט ווען מען רעדט פון עטרת ראשינו רבינו שליט"א, דארף מען זיכער מער דאנקן און לויבן דעם אייבערשטן אז מען איז געראטעוועט געווארן, און מתפלל זיין אויף ווייטער, עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים, ביז דער רבי וועט אונז פירן אקעגן משיח צדקנו במהרה בימינו.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, ארויסברענגענדיג אז בעצם דארף מען יעדן טאג דאנקן דעם אייבערשטן, על כל החסד אשר עשה עמנו, סיי אויף די נסים גלויים און סיי אויף די נסים שאינם גלוים, און די וועג דערצו איז דורך תפלה להשי"ת, און דורכ'ן תהלים'ל, וואס ווען מען איז זיך מדבק מיטן דאווענען און מיטן ספר תהלים זעהט מען ווי סאך מען דארף און מען קען דאנקן דעם אייבערשטן על כל נשימה ונשימה, נאר ווען מען האלט מיט א אפענע נס, ווערט מען נתעורר דערצו, דארף מען זיך טאקע ארויסלערנען פון דעם מער צו דאנקן און לויבן אלעמאל דעם אייבערשטן, אז אפילו ווען מ'זעהט נישט עפעס ספעציעל דארף מען לעבן מיט שבח והודאה להשי"ת, אויספירענדיג בזכות זה ברכות לרוב אמן.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מוה"ר יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק וממשתפי הנס, וועלכער האט איבערגעשמועסט די השתלשות הדברים פונעם נס, און שטארק ארויסגעברענגט די אפענע נסים און השגחה פרטיות וואס מען האט צוגעזעהן במשך די גאנצע צייט פון די עקסידענט.
צום שלוס האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודין, דאנקענדיג השי"ת. |