מתאחדת - עש"ק כי תבוא תשפ"ד #861

Top Banner

דברות קודש אצל סעודת ברית מילה

של בן הגה"צ רבי חיים יחיאל אלתר סג"ל שליט"א

ר"מ בישיבה"ק תפארת משולם פייש ניו יארק

ביום א' כי תבוא - בבית מדרשינו מאנסי

צו הערן

הגה"צ רבי יודא הכהן כ"ץ שליט"א

גאב"ד ויצב אברהם אסטראליע

דרשת הכנה לימים נוראים - בהיכל ישיבתינו הק' תפארת משולם פייש

צו הערן

הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו קרית יואל שליט"א

יום ה' תבוא

בהלכות בציעת הפת - בהקדם שיעור בספר תהלים

צו הערן

הרה"ג ר' יואל פילאפף שליט"א

מו"ץ בקריתינו הק'

הלכות ראש השנה - יום א' כי תבוא

צו הערן

הרה"ג ר' יוסף חיים לייפער שליט"א

ראש הכולל דקהלתינו הק' בארא פארק

על הפרשה - א' כי תבוא

צו הערן

הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א

מגיד שיעור על קול איחוד

שיעור יומי על הפרשה - ה' תבוא

צו הערן
  • ichud
  • ichud
  • ichud
  • ichud

קונטרס עבודת עבודה שפתי קודש

פרשת כי תבוא

 

בית כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א

  • moduos

 

קהל אור החיים

  • moduos
  • moduos

 

בית מדרשינו הגדול

  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

ביהמ"ד התאחדות אברכים בקריתינו הק'

  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

ישיבתינו הק' ישיבה גדולה

  • moduos

 

מאנטריאל

  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

וויליאמסבורג

  • moduos

 

מאנסי

  • moduos

 

קרית יואל

  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

לאנדאן

  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha

קורצע באזוך פון רבינו שליט"א אין ניו יארק - צו באשיינען די שמחת הברית מילה בחצרות קדשינו


דעם זונטאג כי תבוא העעל"ט נאכמיטאג איז כ"ק מרן רבינו שליט"א אנגעקומען אין ניו יארק, צו באשיינען די שמחת הברית מילה בבית בנו הגה"צ רבי חיים יחיאל אלתר סג"ל שליט"א, ר"מ בישיבתינו הק' תפארת משולם פייש ניו יארק.

די שמחת הברית מילה איז פארגעקומען אין שטוב פון הגה"צ רבי חיים שליט"א אין מאנסי, ווי עס האבן אנטייל גענומען חשובי פני העדה, און א גרעסערע ציבור אנשי שלומינו תושבי העיר. דער מוהל איז געווען הרה"ג ר' יעקב יואל רובין שליט"א, ראש חבורת עבודת עבודה לבחורי אנ"ש.

דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, אמירת הברכות וקריאת השם, ויקרא שמו בישראל יקותיאל יהודה, נאכן זיידע הגה"צ בעל תורת יקותיאל מדיערעש זצ"ל.

מיט די אנדערע כיבודים זענען מכובד געווארן: הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו מאנסי שליט"א, הגה"צ רבי אברהם יודא סג"ל שליט"א, אדמו"ר מ'דעלאטין שליט"א, אדמו"ר מ'פרעמישלאן שליט"א, הרה"ג דויד שלמה מערמעלשטיין שליט"א ראה"כ, הרה"ג ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א, הר"ר בערל מייזליש שליט"א מנהל תלמוד תורה עבודת משולם פייש אין שטאט, הרה"ח ר' יודא לייב לעפפלער הי"ו, הרבני הנגיד ר' ישראל אלי' ברוך ענגעל הי"ו, מוה"ר אליעזר ברוך פריעד הי"ו.

נאך קדיש און עלינו האט דער רבי געבענטשט די קינד, און דער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב, זינגענדיג ניגוני שמחה והודאה.

שפעטער איז דער רבי ערשינען צום סעודת ברית בהיכל בית מדרשינו, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט א רחבות'דיגע סעודה פאר כל הקהל הקודש, דורכ'ן געטרייען משמש מוה"ר יחיאל אלתר גוטמאן הי"ו. דער רבי האט געצינדן ליכט און זיך געוואשן צום סעודה, הגה"צ רבי חיים שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע ווערטער, מען האט געזינגן פאסיגע ניגונים, און ארויפגעשיקט שיריים פארן ציבור. דער רבי האט געוואונטשן לחיים, און משמיע געווען דברות קודש לכבוד המאורע.

מיט ברהמ"ז על הכוס איז מכובד געווארן הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו שליט"א, שיר המעלות הב' צבי מאיר בנימין בראדי ני"ו.

יום ליבשה אדמו"ר מ'זידיטשוב פרעמיסלא שליט"א, מיט די הרחמן'ס זענען מכובד געווארן: הרה"ג אב"ד זכרון יהודה שליט"א, הרה"ח ר' אברהם מרדכי יודא (לייב) פעלבערבוים הי"ו, הרה"ח ר' נחום שווארץ הי"ו, הרה"ח ר' אברהם יונגער הי"ו פון אנטווערפן, הרה"ח ר' זיידא ישראל חיים שמעון ראטטענבערג הי"ו, הרה"ח ר' יעקב הערש אדלער הי"ו.

*

  • mamudim
  • mamudim

 

נאכן סעודת ברית איז דער רבי ארויף אין שטוב פון מחותנו הגה"צ ר' ישראל סיני וואגשאהל שליט"א אב"ד לאנצהוט לרפו"ש, וואונטשן מזל טוב לכבוד די שמחה.

*

דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי משפחת שווארץ, האחים מוה"ר יצחק מאיר הי"ו, מוה"ר נפתלי צבי הי"ו, מוה"ר חיים שלמה הי"ו, מוה"ר יחזקאל ישעי' הי"ו, וועלכע זיצן נאכן ברודער מוה"ר לייבל ע"ה, בביתו אין מאנסי. דער רבי האט מנחם געווען און געטרייסט און ווארעם אנגעוואונטשן.

*

שפעטער איז דער רבי אריבער אויף א באזוך בהיכל ישיבתינו הק' תפארת משולם פייש אין קרית יואל. ווי באריכטעט.

דערנאך איז דער רבי געפארן קיין שיכון סקווירא, באשיינען די שמחת השבע ברכות פון נכדי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ומחותנו כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א. דער רבי האט מפאר געווען בראש המסובים, און זיך ארויסגעלאזט אין א שיינע ריקוד מיטן חתן, דערנאך מיט די מחותנים און זיידע'ס.

שפעטער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים למעון קדשו אין קריתינו הק'.

* * *

 


ארבעט אויף די ראוד'ס אין קריתינו הק'

רוקט זיך ב"ה פאראויס אזוי ווי געפלאנט


אין די יעצטיגע טעג האט מען בס"ד אנגעהויבן גיסן די צימענט פאר די סיידוואלק"ס, ביי די זייטן פון רחוב בית הלוי. אנגעהויבן פון די שאפינג צענטער ביז נאך אנדרעי אולעיט, איז שוין ב"ה געפרעמט, און א גרויס חלק שוין אויך געגאסן די צעמענט.

ביי די איבריגע חלק בית הלוי, פון נאך אנדרעי אולעיט, ביז די הויז פון הרה"ח אלימלך זוסמאן הי"ו, האלט מען שוין אינמיטן גלאט מאכן די שטיינער אויף די נייע צוגעדעקטע ראוד, און ווייטער ארויף ביז אין די רינג פון די בניני המוסדות האלט מען אצינד אינמיטן אויפברעכן די שטיינער פון די אלטע ראוד, מיט די ספעציעלע דענימע"ט באמבעס, וואס פארשווערט און פארלענגערט די ארבעט, עס צו מאכן פארזיכטיג, און מיט דעם אלעם ארבעט מען ב"ה העפטיג אז אלעס זאל זיך ווייטער רוקן פאראויס אין צייט, אזוי ווי געפלאנט, וכן יעזור ה' להלאה.

  • mamudim
  • mamudim
  • muzon
  • muzon
uyh@ichudtosh.com https://ichudtosh.com/donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info https://ichudtosh.com/fixes Add name https://ichudtosh.com/book Phone Book
Ichud Tosh
Developed by Quickwit Tech