מתאחדת - מקוה המפוארה בישיבתינו הק' תפארת משולם פייש ניו יארק ווערט באנייט - עש"ק כי תצא תשפ"ד #857

Top Banner

דברות קודש אצל מסיבת לחיים

לרגל התייסדות מוסדותינו הקדושים בעיר וויליאמסבורג

בפתיחת שערי הבית חינוך לבנות "בית חוה" ד'טאהש

ביום ג' כי תצא תשפ"ד

צו הערן

דברות קודש אצל שלחן הטהור

סעודת ראש חודש אלול - בהיכל ביהמ"ד הגדול

צו הערן

דרשת הרה"ג ר' יוסף חיים לייפער שליט"א

ראש הכולל דקהלתינו הק'

אצל המסיבת לחיים לרגל פתיחת שערי התלמוד תורה

"עבודת משולם פייש" ד'טאהש - בארא פארק

ביום ב' כי תצא תשפ"ד

צו הערן

דרשת הר"ר מרדכי ארי' שפיטצער שליט"א

חבר הנהלת הבית חינוך

אצל המסיבת לחיים לרגל פתיחת שערי הבית חינוך לבנות

"בית חוה" ד'טאהש - וויליאמסבורג

ביום ג' כי תצא תשפ"ד

צו הערן

דרשת הר"ר משה מאירוביץ שליט"א

בהיכל ישיבתינו הק' ישיבה גדולה

כהכנה ליומא דהילולא קדישא ז"ך אב

צו הערן
  • ichud
  • ichud
  • ichud

קהל אור החיים

  • moduos

 

קרית טאהש

  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

מאנטריאל

  • moduos
  • moduos

 

וויליאמסבורג

  • moduos

 

קרית יואל

  • moduos
  • moduos

 

לאנדאן

  • moduos

לטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה


דעם פארלאפענעם מיטוואך שופטים יום א' לחודש אלול, איז ב"ה צום ערשטן מאל אריין אין באנוץ די נייע הערליכע מקוה מהודרת, וועלכע איז געבויעט געווארן בהתייעצות ובברכת הקודש פון כ"ק רבינו שליט"א, בתוככי בנין ישיבתינו הק' תפארת משולם פייש אין קרית יואל.

מה נהדר היה המראה וויאזוי די טייערע בחורים האבן זיך גע'טובל'ט באשמורת הבוקר, זיך גרייטענדיג צו דינען דעם אייבערשטן במשכ'ן גאנצן טאג בקדושה ובטהרה, אן דארפן ספעציעל ארויס פארן אין די פארטאגס שעה'ן צו א מקוה און צוריק אין ישיבה.

*

שפעטער איז פארגעקומען די ערשטע חלק פארהער אויף גאנץ הלכות תפלה, ווי די תלמידי שיעור א', די כיתה פון הגה"צ רבי חיים יחיאל אלתר סג"ל שליט"א, האבן זיך פארהערט ביי הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו הק' קרית יואל שליט"א, און געענטפערט מחודדים בפיהם, און הרב הגאון דער דיין שליט"א איז ארויס פון התפעלות.

נאכן פארהער איז הרה"ג הדומ"ץ שליט"א אראפגעגאנגען צום אונטערשטן שטאק פון בנין הישיבה, און זיך אומגעקוקט אויף די נייע הערליכע מקוה המהודרת, און באוואונדערט די געוואלדיגע הידורים פון די מקוה.

דערנאך האט זיך דער דיין אומגעקוקט אין די דארמאטארי שטובער, און אויסגעדרוקט התרגשות אויף די מסודר'דיגקייט פון די שטובער, זאגענדיג עס איז זיכער אז די שכינה הק' רועט דא, וויבאלד אויף א פלאץ וואס איז דא נקיות איז דא השראת השכינה, אזוי אויך האט דער דיין שליט"א הנאה געהאט צו זעהן ווי די בחורים האבן ביי די בעטן צוויי טעפלעך פאר נעגל וואסער, אזוי ווי רבינו הקדוש זי"ע פלעגט שטענדיג צו פאדערן פון די תלמידים.

*

דעם זונטאג כי תצא העעל"ט האט באזוכט אין ישיבתינו הק' הרב הגאון המפורסם רבי יודא הכהן כ"ץ שליט"א גאב"ד ק"ק ויצב אברהם אסטראליע. דער חשוב'ער רב וועלכע איז מותיקי תלמידי רביה"ק זי"ע האט געהאלטן א גאר אינהאלטספולע דרשת הכנה לימים נוראים.

דער רב האט איבערגעגעבן פאר די חשובע בחורים וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן די הייליגע עבודה פון רבינו הקדוש זי"ע אין אזעלכע טעג, און האט מעורר געווען איבער יראת שמים, נאכזאגענדיג אז רבינו הקדוש זי"ע פלעגט נאכצוזאגן פונעם עלטער זיידן רבינו הסב"ק זי"ע, ווען ער האט געזען איינעם לערנען אן א הוט האט ער אים געוואלט צורייסן ווי א פיש.

רבינו הקדוש זי"ע האט קיינמאל נישט ארויסגעקוקט פון די ד' אמות, אפי' ביי זיך אין ביהמ"ד, אריינקומענדיג פרייטאג צונאכטס האט דער רבי אראפגעקוקט א גאנצע וועג, אויסער אינמיטן האט ער אויפגעהויבן צו קוקן אויף די הייליגע שבת ליכט, אבער סתם אזוי האט דער רבי אלץ אראפגעקוקט, אוודאי אין די גאס האט דער רבי נישט אויפגעהויבן די אויגן. איז גוט פאר אונז בחורים זיך צו צו געוואוינען, אז כאטש בשעת'ן לערנען, זאל מען נישט ארויסקוקן פון די ד' אמות, עס העלפט מ'זאל קענען ארבעטן אויף די מדת סקרנות, און בכלל פארן לערנען, און אזוי קען צוגיין און מאכן די ריכטיגע הכנה צו די הייליגע טעג הבעל"ט.

דער רב שליט"א איז ארומגעגאנגען אינעם בנין הישיבה און האט שטארק באווינדערט די ישיבה, וויאזוי ס'איז אלעס צוגעשטעלט ברוחניות ובגשמיות על צד היותר הטוב.

*

בלדער פון הכשרת המקוה

ווערט געזען הרה"ג ר' מרדכי בעריש מערמעלשטיין שליט"א, מנהל

והגה"צ רבי חיים יחיאל אלתר  סג"ל שליט"א, ר"מ בישיבה

מיטן איבערגעגעבן בויער במסירה נאמנה מוה"ר יחיאל אלתר גוטמאן הי"ו

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

די פראכטפולע מקוה כלילת יופי

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

*

אין אנדערע נייעס וועט די וואך שבת כי תצא געפראוועט ווערן א דערהויבענע שבת התוועדות פאר תלמידי ישיבתינו הק', וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיטן אנהאלטן ספעציעלע קבלות טובות במשך די לעצטע פאר וואכן, אונטערן מסגרת חבורת 'קשר עליון', דורך ארבעטן אויף פארשידענע ענינים אין עבודת השם יתברך, און מיט א כח הרבים שטייגן מעלה מעלה בתורה ועבודה ויראת שמים ומידות טובות, בדרכו הקודש פון רבינו הקדוש זי"ע.

  • mamudim
  • mamudim
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • muzon
  • muzon
uyh@ichudtosh.com https://ichudtosh.com/donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info https://ichudtosh.com/fixes Add name https://ichudtosh.com/book Phone Book
Ichud Tosh
Developed by Quickwit Tech