מתאחדת - רבינו שליט"א באזוכט ישיבתינו הק' תפארת משולם פייש ניו יארק - דינסטאג כי תבוא תשפ"ד #859

Top Banner

דב"ק לתלמידי ישיבתינו הק' תפארת משולם פייש ניו יארק

לרגל השבת התוועדות - פר' כי תצא תשפ"ד

ערב שבת קודש לפני זמן כניסת השבת

ע"י לייוו הוק-אפ

צו הערן

דב"ק לתלמידי ישיבתינו הק' תפארת משולם פייש ניו יארק

אצל ביקור המרומם בהיכל ישיבתינו הק'

יום א' כי תבוא תשפ"ד

צו הערן

דרשת הרה"ג ר' מרדכי בעריש מערמעלשטיין שליט"א

מנהל ישיבתינו הק' תפארת משולם פייש ניו יארק

בקבלת פני רבינו שליט"א - ביום א' כי תבוא תשפ"ד

צו הערן
  • ichud

געהויבענע באזוך פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בהיכל ישיבתינו הק' תפארת משולם פייש ניו יארק


דעם זונטאג פר' כי תבוא פארנאכטס איז דער רבי אריבער אויף א באזוך בהיכל ישיבתינו הק' תפארת משולם פייש אין קרית יואל. אנקומענדיג האט זיך דער רבי צום ערשט אומגעקוקט ווי די בחורים לערנען פלייסיג, און הארעווען אריין אין די גמרא, דער קול תורה האט בוקע רקיעים געווען, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים.

הרה"ג דער מנהל שליט"א האט באגריסט דעם רבי'ן, איבערגעבנדיג א גריס פון די דערהויבענע שבת התוועדות, ווי עס איז געווען א דערהויבענע שבת מרישא עד גמירא, ובפרט די דברות קודש פון רבי'ן פארן זמן הדלה"נ דורכ'ן לייוו הוק אפ האט אריינגעברענגט א פלאקער אין די בחורים, און געגעבן די חיות והשפעה דקדושה פארן גאנצן שבת.

דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע קורת רוח צו זעהנדיג ווי פלייסיג די בחורים לערנען, און די געוואלדיגע גריסן וואס דער רבי הערט כסדר איבער די תלמידי הישיבה, און מען זאל זעהן אויסצונוצן די לעצטע וואכן פונעם זמן ווי עס דארף צו זיין, אריינטייטשענדיג אינעם פסוק, לולא האמנתי לראות בטוב ה', לולא איז די אותיות אלול, האמנתי איז א לשון אומן, אז ווען מען ארבעט אריין אין חודש אלול ווי עס דארף צו זיין, מ'איז עוסק בתורה ועבודה און מ'איז מוסיף והולך, איז מען זוכה בטוב ה', צו שפירן די גוטע טעם פון דינען דעם אייבערשטן, לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו, ובפרט אין די יעצטיגע מסוגל'דיגע טעג וואס דער רבוש"ע זאגט "אני לדודי ודודי לי".

אויך האט דער רבי מעורר געווען אויסצונוצן די ימי בין הזמנים כראוי, און אפילו ווען מען דאווענט נישט בין כותלי הישיבה, זאל מען ווייטער דאווענען ווי ס'דארף צו זיין בקול המעורר הכוונה אין א סידור מתחילתו ועד סופו, און אוודאי ח"ו נישט רעדן ביים דאווענען פון אנהייב ביזן סוף. און מ'זאל מאכן די ריכטיגע הכנה צו די הייליגע טעג, און אזוי וועט מען זוכה זיין צו ווערן אנגעשריבן אין א גוט געבענטשט יאר, אמן.

דערנאך זענען אלע בחורים אריבער דעם רבי'ן, און באקומען האניג מיט לקח, מידי קדשו פון רבינו שליט"א.

דערנאך האט מען געדאווענט מנחה ומעריב בהיכל הישיבה, צו מנחה איז צוגעגאנגען מו"ה אשר אנשיל בערגער הי"ו יו"ר האיחוד, מעריב האט געדאווענט הב' דוד הערשקאוויטש ני"ו מתלמידי הישיבה, בן מוה"ר יואל קלונימוס קלמן הי"ו גבאי בית מדרשינו קרית יואל.

נאך מעריב איז דער רבי אראפ צום ערשטן שטאק פונעם בנין הישיבה, דער רבי האט באטראכט מיט קענטיגע הנאה די נייע מקוה המפוארה וועלכע איז יעצט פארענדיגט געווארן. דער רבי האט געזאגט אז 'מען טאר נישט רעדן אין מקוה', ארויסקומענדיג האט דער רבי געטייטשט, עס שטייט לפני מי אתם מטהרין ומי מטהר אתכם, אביכם שבשמים, מ"י איז גימ' 50, דאס ווייזט אויף די 50 טעג פון ר"ח אלול ביז יום הקדוש, צו מרמז זיין, אז אויב רייניגט מען זיך אין די יעצטיגע מסוגל'דיגע טעג, און מען מאכט די ריכטיגע הכנה בתורה עבודה ויראת שמים, איז מען זוכה אז דער אייבערשטער וועט אונז מטהר זיין און מוחל זיין אונזערע עבירות אינעם הייליגן טאג יום הקדוש.

דערנאך איז דער רבי אריין אין די דארמיטארי, אריינקוקענדיג אין די חדרי שינה, אויסדרוקענדיג מיט הנאה פון די נקיות החדרים, און האט ארויסגעהויבן פאר די בחורים די וויכטיגקייט פון נקיות ודרך ארץ קדמה לתורה. דערביי האט זיך דער רבי אינטערעסירט ביים מנהל שליט"א איבער די סדרי הישיבה. איבערלאזענדיג ברכת קדשו בזכות פון רבינו הקדוש זי"ע זאלן אלע בחורים שטייגן מעלה מעלה בתורה יראת שמים ומדות טובות, און האבן א גוט געבענטשט יאהר.

דערנאך איז פארגעקומען א אסיפה מיטן רבי'ן איבער די בעפארשטייענדע הרחבת גבולי הקדושה פון ישיבתינו הקדושה.

* * *

 

די באזוך פון כ"ק מרן רבינו שליט"א

בהיכל ישיבתינו הק' תפארת משולם פייש ניו יארק

  • mamudim

 

די בחורים ביים אריבער גיין נעמען שיריים און האניג

  • mamudim

 

רבינו שליט"א ביים זיך אומקוקן אינעם נייעם פראכטפולן מקוה בבנין הישיבה

  • mamudim

 

רבינו שליט"א ביים זוך אומקוקן אין די דארמאטארי שטובער

  • mamudim

 

ביים ארויסבאגלייטן רבינו שליט"א

  • mamudim
  • muzon
  • muzon
uyh@ichudtosh.com https://ichudtosh.com/donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info https://ichudtosh.com/fixes Add name https://ichudtosh.com/book Phone Book
Ichud Tosh
Developed by Quickwit Tech